"די משקה" מתוך ההצגה יידל מיטן פידל תיאטרון יידישפיל

แชร์
ฝัง
  • เผยแพร่เมื่อ 20 ต.ค. 2024

ความคิดเห็น • 2

  • @yaelpalombo4093
    @yaelpalombo4093 2 ปีที่แล้ว

    👌👍👍

  • @נדב_חומסקי
    @נדב_חומסקי 5 ปีที่แล้ว +3

    די משקה/מיכאל גורדון [1823 - 1890]
    בשעתֿ דער שדכן איז געקומען צו מײַן זײדן
    דעם טאַטן מיט דער מאַמען אַ שידוך רײדן
    האָט מען גערעדט און גערעדט און ס׳איז געװאָרן נישט
    ביז װאַנען די משקה האָט זיך אַרײַנגעמישט
    צוליב דער משקה איז דער שידוך געשלאָסן
    דער טאַטע איז געװאָרן דער מאַמעס חתֿן
    מ׳האָט טאַקע באַלד די חתֿונה געמאַכט
    און געטרונקען משקה אַ גאַנצע נאַכט
    מיט גרױסע גלעזער האָבן געטרונקען אַלע
    לכבֿוד דעם חתֿן און לכבֿוד דער כּלה
    דורך משקה האָט דער טאַטע די מאַמע גענומען
    דורך משקה בין איך אױף דער װעלט געקומען
    איך געדענק נאָך בײַ מײַן בריתֿ
    איז דאָס גלעזל משקה נישט אַראָפּ פֿון טיש
    דער עולם האָט געשריִען מזל־טובֿ
    דאָס קינד זאָל װאַקסן און זײַן אַ רבֿ
    אָט דעריבער טרינק איך אַ רבֿ־כּוס
    דעריבער טרינק איך אָן אַ מאָס
    איך געדענק אױף מײַנע תּנאָים
    האָבן אַלע געטרונקען װי די גױיִם
    און מען האָט טע געבראָכן
    און די משקה איז פֿון טיש נישט אראָפּגעקראכן
    און איך האָב נישט געקוקט װאָס איך בין אַ חתֿן
    און אַלע װײַלע אַרײַנגעגאָסן
    מײַן ביסעלע יאָרן װען איך װעל אױסלעבן
    װיל איך מען זאָל מיר אין קבֿר מיטגעבן
    אַ פֿעסעלע משקה נאָענט בײַ דער װאַנט
    אַ גרױסע גלאָז אין דער רעכטער האַנט
    צו תּחיתֿ־המתֿים בין איך װידער דאָ
    און טרינק באַלד משקה אין דער ערשטער שעה