Yoel Landau Speech Kuf Alef Kislev 2024

แชร์
ฝัง
  • เผยแพร่เมื่อ 31 ธ.ค. 2024
  • בהמשך צו די הארציגע דיבורים פון מיין זיידן זאל זיין געזונט, וויל איך מוסיף זיין און פרובירן ארויסצוברענגען ׳אונזערע הרגשים׳ וואס מיר שפירן דעם היינטיגן טאג!
    אלס איינער וואס האט נישט זוכה געווען צו קענען דעם הייליגן רבי’ן;
    אלס איינער וואס איז שוין אויפגעוואקסן אינעם דריטן דור נאכ'ן חורבן, און טראגט שוין דעם הייליגן נאמען פון רבי׳ן;
    אלס איינער וואס האט נישט מיטגעלעבט און נישט מיט געשפירט די אלע שוועריקייטן וואס מיין חשוב׳ער זיידע האט פריער דערציילט, וואס דער רבי איז אלץ אדורכגעגאנגען צו בויען אידישקייט אין אמעריקא!
    אדרבא, מיר האלטן היינט שוין אלע מיט נאר די גרויסע הצלחות פון סאטמאר, די ריזיגע בנינים אויף יעדן קארנער, אין יעדן ווינקל, אין יעדע שטאט, איבער די גאנצע וועלט.
    איז אויב אזוי, וואס מיינט פאר אונז - דער יונגער דור - דער טאג כ"א כסלו?
    מורי ורבותי!
    יעדער איינער וואס זיצט דא היינט ווייסט קלאר: אז דער הייליגער רבי זי״ע איז געווען דער מלאך וואס איז געשיקט געווארן פון הימל, צוריק אויפצובויען אידישקייט נאכ'ן חורבן!
    ס׳איז געווען אסאך אנדערע צדיקים, פארשידענע גדולים.
    אלע האבן געטון, יעדער האט פרובירט צו טון דאס מערסטע וואס איז שייך. איינער האט געבויעט תורה; אין אן אנדערער פלאץ האט מען געארבעט אויף עבודה; און געוויסע מקומות האט מען געלייגט דגוש אויף מידות.
    אבער דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו האט נאכ׳ן חורבן געטון איין זאך: אויפגעבויעט און אהערגעשטעלט ״אידישקייט״!
    וואס מיינט צו זיין א איד?! ווי אזוי שטעלט מען אויף א אידישע שטוב?! און וויאזוי זעט אויס א אידישער בעה״ב?!
    און ביז׳ן היינטיגן טאג, איז סאטמאר טאקע דער פאנטרעגער פון אידישקייט איבער די גאנצע וועלט וואס אין דעם איז כולל אלע דריי עמודי העולם: תורה! עבודה! און גמילות חסדים!
    נאר בזכות דעם הייליגען רבי׳ן, זיצן מיר דא היינט, אלס די גרעסטע אימפעריע פון "אידישקייט" אויף דער וועלט!
    יא, אוודאי זעט מען אזא ריזיגער ציבור בכמות, בלי עין הרע, אז יעדער ווערט נתפעל!
    אבער פון וואס מ׳דארף באמת נתפעל ווערן איז דער מורא׳דיגער איכות וואס מ׳זעט ב״ה.
    אזויפיל רבנים! אזויפיל מרביצי תורה! אזויפיל כולל אינגעלייט! אזויפיל חשוב'ע בעלי בתים! בעלי צדקה! בעלי חסד! טויזענטער תינוקת של בית רבן וואס גייען אין דעם הייליגן דרך פונעם רבי׳ן זי”ע!
    מורי ורבותי, היינט איז נישט נאר דעם רבינ׳ס יום הצלה - -
    היינט איז אונזער יום הצלה! ס׳איז אונזער יום טוב!
    ווי דער רבי זי״ע אליין פלעגט נאכזאגן ביי די סעודת הודאות אויפ׳ן פּסוק ״כה אמר ה׳ אל בית יעקב אשר פדה את אברהם״. זאגט דער מדרש אויף דעם, אז ווען נמרוד האט אריינגעווארפן אברהם אבינו אין פייער אריין, ״ירד הקב״ה להצילו״!
    האבן די מלאכים געהאט טענות דערויף. אמר הקב״ה, האט דער רבונו של עולם געזאגט, ״בשביל יעקב בן בנו״, וועגן יעקב אבינו - ווייל דער דריטער דור גייט פון אים ארויסקומען - ״לכך אני מצילו״, פאר דעם וועל איך אים ראטעווען.
    פרעגט אויף דעם דער נזר הקודש: אברהם אבינו האט דען נישט געהאט קיין אייגענע זכותים? ער האט געמוזט צוקומען צו יעקב אבינו?
    נאר דער תירוץ איז, אז דער רצון פון אברהם אבינו איז געווען יא צו גיין אויף קידוש ה׳! ער האט געוואלט זיך פארברענען און מוסר נפש זיין פאר׳ן אויבערשטן!
    אבער "הקב"ה ירד להצילו”, כדי עס זאל ארויסקומען פון אים א יעקב אבינו! עס זאל זיך קענען בויען די שבטי קה עס זאל ארויסקומען א כלל ישראל!
    לענינינו איז קלאר: דאס האט זיך איבערגשפילט כ"א כסלו, ווען דער רבוש״ע האט ברוב רחמיו וחסדיו מציל געווען רבינו הקדוש זי״ע.
    זיין הצלה איז געווען, פאר אונזער הצלה.
    ווי דער רבי אליין האט דאס געזאגט כמה פּעמים, אז ער איז געראטעוועט געווארן נאר פאר אונז און פאר אונזערע בחורים.
    טייערע בחורים! הייליגע תינוקות של בית רבן! היינט איז אונזער יום טוב! היינט איז אונזער יום הצלה! דער דריטער דור בשביל יעקב בן בנו!
    און דאס איז אלעס פירות וואס אונזער הייליגער רבי האט אונז מחנך געווען!
    דער רבי האט אונז אויסגעלערנט נישט צו בודק זיין, און נישט צו נאכצוקוקן קיינעם. נאר צו געבן און שיקן פאר יעדן איינעם, צדקה און חסד איבער די גאנצע וועלט!
    פון דא אין סאטמאר איז מען משפיע פאר יעדן מוסד; פאר יעדן כולל; פאר יעדע ישיבה; פאר יעדע ארגאניזאציע; פאר יעדע קמחא דפסחא.
    ווייל דא איז דער פונדאמענט פון אידישקייט.
    דער יסוד פון תורה! עבודה! און גמילות חסדים אויף דער גאנצער וועלט!
    אבער, מורי ורבותי!
    יעצט איז די צייט זיך אפצושטעלן און אריינטראכטן: דאס אלעס וואס מיר האבן דא אויסגערעכנט ׳האבן מיר באקומען׳ פון אונזער הייליגן רבי'ן!!!
    איז וואס געבן מיר היינט צוריק פאר'ן רבין? וויפיל זענען מיר שולדיג פאר׳ן רבי׳ן זכותו יגן עלינו!
    אונזער גאנצער מהות, און אונזער גאנצער אידישקייט, אונזערע דורות אלעס געהערט פאר׳ן רבי׳ן, און וואס געבן מיר צוריק אויף דעם?
    די תשובה איז זייער פשוט.
    מיר גייען אלע צוזאמען טון, אז דעם רבי'נס וועג זאל ווייטער מצליח זיין!
    דעם רבינ׳ס הייליגע ירושה זאל ווייטער בליען און וואקסן! אמונה טהורה! ריינע אידישקייט! די סאטמערער גאוה דקדושה! נישט נתפעל ווערן פון די גאס, נישט נתפעל ווערן פונעם גוי!
    יא יא!
    מען קען פירן גרויסע געשעפטן מיט אראפגעלאזטע פאות, און מיט א גרויסען וואלענעם טלית קטן!
    יא יא!
    מען קען - און מ'דארף - אפשטעלן א מיטינג מיט די גרעסטע לויערס און מאנהעטן ווייל מען דארף דאווענען מנחה בציבור!
    לאמיר געדענקען און האלטן פאר די אויגן.
    מיר זענען סאטמארער אידן! תלמידים פונעם הייליגן רבי’ן זי״ע! שטאלצע, חסידישע, אפגעהיטענע אידן!
    און ס'ליגט אויף אונז דעם עול און אחריות אז אונזער חינוך זאל ווייטער ממשיך זיין פאר׳ן עתיד פון כלל ישראל!
    *

ความคิดเห็น •