Gotta admit certain lyrics I missed on recording....videos heed a bit more attention (n that's downside when lyrics r too long ....I'm a fan of 3/4 of this length lyrics though...)
די ערשטע זאך דארפסטו האבן א מוסד פאר דיינע קינדער: בעזרת ה' יתברך יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר האסט מיר דערציילט אז דו ביסט געגאנגען קוקן א דירה אין מאנסי, דו ווילסט זיך אהין ציען, דו שפירסט אז דארט וועט דיר זיין גרינגער צו צאלן דירה געלט, דארט איז ביליגער ווי אין שטאט. דו קענסט זיך אהין ציען, אבער דו דארפסט קודם מברר זיין אויב דו וועסט האבן א מוסד פאר דיינע קינדער. די תורה זאגט, ווען יעקב אבינו האט זיך געגרייט צו גיין קיין מצרים, האט ער קודם געשיקט איינע פון זיינע קינדער זאלן אנגרייטן א מוסד פאר אלע קינדער און אייניקלעך. "וְאֶת יְהוּדָה שָׁלַח לְפָנָיו (בראשית מו, כח)", זאגן די הייליגע חכמים (מדרש אגדה): "לתקן לו בית תלמוד"; אנגרייטן מוסדות פאר אידישע קינדער. די תורה לערנט אונז די וועג ווי אזוי א איד ציט זיך אריבער פון איין פלאץ צו א צווייטע פלאץ, דאס ערשטע זאך קוקט מען אויב מען וועט האבן א מוסד פאר די קינדער. די צווייטע זאך קוקט מען אויב מען וועט האבן א רב, א דיין, אן ערליכער איד - וואס וועט מחזק זיין אויף עבודת ה'; א שול, א מקוה און נאכדעם קוקט מען אויף געלט. זאלסטו למען ה' קודם מברר זיין אויב אן ערליכע מוסד איז גרייט אריינצונעמען דיינע קינדערלעך, נאר נאכדעם זאלסטו מאכן דיינע פלענער זיך אהינצוציען.
Love it. Wonderful.
Very tastefully arranged!
Meilech ❤ Levy ❤️ Menagen ❤️
An honour to be part of 🔥
וואן איזה קצב, איזה ביצוע, אלופים!!
Mammish beautiful
Always great levy Falkowitz 👏👏👏👏
WOW....... QUALITY.
Wow this is amazingly done
Stunning brother! ❤
Gotta admit certain lyrics I missed on recording....videos heed a bit more attention (n that's downside when lyrics r too long ....I'm a fan of 3/4 of this length lyrics though...)
די ערשטע זאך דארפסטו האבן א מוסד פאר דיינע קינדער:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
האסט מיר דערציילט אז דו ביסט געגאנגען קוקן א דירה אין מאנסי, דו ווילסט זיך אהין ציען, דו שפירסט אז דארט וועט דיר זיין גרינגער צו צאלן דירה געלט, דארט איז ביליגער ווי אין שטאט.
דו קענסט זיך אהין ציען, אבער דו דארפסט קודם מברר זיין אויב דו וועסט האבן א מוסד פאר דיינע קינדער.
די תורה זאגט, ווען יעקב אבינו האט זיך געגרייט צו גיין קיין מצרים, האט ער קודם געשיקט איינע פון זיינע קינדער זאלן אנגרייטן א מוסד פאר אלע קינדער און אייניקלעך. "וְאֶת יְהוּדָה שָׁלַח לְפָנָיו (בראשית מו, כח)", זאגן די הייליגע חכמים (מדרש אגדה): "לתקן לו בית תלמוד"; אנגרייטן מוסדות פאר אידישע קינדער. די תורה לערנט אונז די וועג ווי אזוי א איד ציט זיך אריבער פון איין פלאץ צו א צווייטע פלאץ, דאס ערשטע זאך קוקט מען אויב מען וועט האבן א מוסד פאר די קינדער.
די צווייטע זאך קוקט מען אויב מען וועט האבן א רב, א דיין, אן ערליכער איד - וואס וועט מחזק זיין אויף עבודת ה'; א שול, א מקוה און נאכדעם קוקט מען אויף געלט.
זאלסטו למען ה' קודם מברר זיין אויב אן ערליכע מוסד איז גרייט אריינצונעמען דיינע קינדערלעך, נאר נאכדעם זאלסטו מאכן דיינע פלענער זיך אהינצוציען.
נישטא אזא זאך א פלאץ וואס דארט איז נישטא קיין נסיונות:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
... תחי', יבנאל
איך האב ערהאלטן אייערע בריוו.
די געפילן וואס וועקן זיך אויף אין אייך, איר הייבט אן טראכטן 'וואס טו איך דא? איך וויל צוריק גיין קיין אמעריקע, איך וויל גיין קיין שטעטל'; וואס מיינט איר, אין אמעריקע אין שטעטל איז מען אלץ פרייליך? וואס מיינט איר, אלע וואס זענען אין שטעטל זענען אלץ אין א גוטע גוסטע?
איך בעט אייך זייער, לאזט זיך נישט צעברעכן, בלייבט שטארק. די אלע וואס זענען אין שטעטל - דארפן זיך אויך שטארקן, און די תלמידות פון בית פיגא אין אמעריקע - דארפן זיך אויך שטארקן. עס איז נישט פארהאן א פלאץ אין די וועלט וואס דארט איז יעדער פרייליך, נישטא אזא זאך א פלאץ וואס דארט איז נישטא קיין נסיונות, איבעראל איז דא נסיונות, און אז מען שטארקט זיך, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו שיינע זאכן.
לייגט אריין אין אייערע תלמידות אמונה, און א ליבשאפט צו צניעות. אויב קינדער באקומען א גוטע חינוך, מען ווייזט זיי דאס שיינקייט פון אידישקייט - וועלן זיי קיינמאל נישט אפלאזן אידישקייט, זיי וועלן טון אידישקייט מיט זייער גאנצע ווילן; דעריבער זאלסטו אריינלייגן איידלקייט מיט א געפיל, מיט א געשמאק.
געבט א גרוס פאר ..., אינאיינעם זאלן ענק אויפבויען ענקערע תלמידות, און אריינלייגן אין זיי א שמחה.
א כתיבה וחתימה טובה.
...
געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.
Prerecorded